ייִדיש

שכר לימוד

דען שטיצט איינצושטעלן פראגראמען וואס וועלן לאזן עלטערן נוצן שולע שטייער קרעדיטסצו מאכן וויכטיגע באשלוסן וועגן זייערע קינדערס חינוך – אנשטאט וואס איצט ווערן די באשלוסן געמאכט דורך פאליטיקאנטן און ביוראקראטן. זייער אסאך שטודיעס האבן דאקומענטירט אז געבן אן אויסוואל ארבעט זייער גוט צו פארבעסערן די ערציאונג סיסטעם, און דען וועט קיינמאל נישט לאזן אז פאליטיק זאל שטיין אין וועג פון עלטערן וועלכע ווילן צושטעלן דעם בעסטן מעגליכן חינוך פאר קומענדיגן דור מיט די מעגליכע צוגרייטונגען פאר די וועלט וואס קומט.

ליין מער איבער ווי אזוי די סקול אויסוואל האט געארבעט אין אנדערע שטעט:

http://www.edchoice.org/CMSModules/EdChoice/FileLibrary/301/National_0608_final.pdf

מיליטער

די אמעריקאנער פעדעראלע רעגירונג איז פארמישט און צופיל אונטערנעמונגען אין אויסלאנד און גיט זיך נישט גענוג אפ מיט די אומצאליגע פראבלעמען וואס זענען דא אין אונזער לאנד. דען אקאנאר וועט שטימען אהיימצוברענגן די טרופן פון אויסלאנד כדי צוריקצודרייען די טריליאנען דאלארן וואס ווערן פארפאטשקעט אין אויסלאנד. אונזער לאנד האלט ביים באנקראטירן און קען זיך מער נישט ערלויבן אנצוהאלטן די איבערגעשטרענגטע אקציעס און אנדערע לענדער.

מלחמות זאלן זיין צו פארטיידיגן, נישט אנצוגרייפן

מיר דארפן אויספאלגן דעם קאנסטיטוציאנעלן פראטאקאל ווען מען גייט צו מלחמה. עס איז דא פאר א סיבה. אויב מיר ווערן געהעריג אטאקירט, איז די ארבעט פון קאנגרעס צו דערקלערן קריג. דערנאך קעמפן מיר די מלחמה, מיר זיגן און מיר קומען אהיים. קריגן זאלן זיין גוט און אפעקטיוו דורכגעפירט, אנטשלאסן און זעלטן. אבער ווען קאנגרעס ציעט זיך צוריק פון אירע פליכטן און גיט פאר די פרעזידענטליכע אדמיניסטראציע וואס זיי ווילן נאר, אן קיין עכטע איבערזיכט אדער באדייטנפולע ויכוח, זענען די מלחמות ענד-לאז, פארשווענדעריש און פאליטיש. אונזערע כלומרשטע מלחמות זענען געווארן א שטענדיגע אראפשלעפער אויף אונזער עקאנאמיע.

די קאנסטיטוציע גיט דעם מאכט פון גיין אין קריג פאר די קערפערשאפט וואס דארף דורכטאן זאכן וואס איז די נענטסטע צו די מענטשן – דער קאנגרעס. באשלוסן צו גיין אין קריג דארפן ווערן געשטיצט דורך די מענטשן. מלחמות זאלן נישט זיין באהאלטענערהייט אדער דורכגעפירט לייכטערהייט. מיר זאלן אבסאלוט נישט אונטערקויפן קיין פירער פון א לאנד אין די צייט וואס מען הרגעט זייערע ציווילע מענטשן, אן ערווארטן צו שאפן אסאך נייע פראבלעמען. דאס איז נישט וואס אמעריקע דארף צו זיין.

מיר דארפן אויפהערן זיך אריינצומישן אין די אנגעלעגנהייטן פון אלע אנדערע לענדער איבער די וועלט. מיר זענען ווייניגער זיכער צוליב דעם און זענען נענטער צו באנקראט.

קליינע ביזנעס

דען אקאנאר איז א שטייפער פארטיידיגער פון קליינע ביזנעסער.

ניו יארק איז א שטאט באזירט אויף קליינע ביזנעסער, אזוי ווי גאנץ אמעריקע איז אמאל געווען. טראץ וואס ריזיגע פירמעס האבן צוביסלעך איבערגענומען ריזיגע טיילן פון די מארקעט דורכאויס דאס לאנד, איז ניו יארק נאך געבליבן דאמינירט פון קליינע ביזנעסער. אלס ניו יארקער, מוזן מיר קעמפן אנצוהאלטן די אייגענארטיגע אספעקטן פון אונזער געוואלדיגע שטאט. טראץ וואס אסאך פירמעס האבן אנגעהויבן אריינצושניידן אינעם לאקאלן מארקעט טייל אין די לעצטע יארן, דארף עס נישט אזוי זיין.

אין די צייט וואס ער האט קאמפיינט דורכאויס דעם דיסטריקט פון יולי 2011, האט דען קענען געלערנט און פארשטאנען די ריכטיגע זארגן פון קליינע ביזנעס אייגענטימער און די שוועריקייטן וואס זיי שטייען אויס. אסאך ביזנעס אייגענטימער רעדן זיך אפ אז די אטמאספערע איז געווארן זייער אומפריינטליך פאר קליינע ביזנעסער. פארקינג אומשטענדן זענען ערגער געווארן, וואס פארטרייבט די גרעסערע צאל קאסטומערס פון אמאל. די סיטי ביוראען, ווי די העלט דעפארטמענט, לייגן ארויס סטאנדארטן וואס זענען צי שטרענג, און זיי קאסטן זייער אסאך געלט און צייט. די שטראפן אויף קליינע ביזנעסער קענען באטרעפן צווישן 50,000$ און 5$ מיליאן דאלאר א יאר. און צו דעם, איז אוממעגליך אפצואווענדן די רעגירונג געפינסן, וואס איז אן אפנויג פון די פארשריפטן פון געזעץ.”

די פארשריפט פונעם געזעץ מיז צוריקגעשטעלט ווערן, כדי קליינע ביזנעסער זאלן ווייניגסטענס קענען אפפרעגן ווען די רעגירונג גייט גאר ווייט מיט איר מאכט. אין געוויסע פעלער איז די סיטי געווארן ווילד, ווילד הפקר‘, און רעכנט זיך גענצליך נישט מיט די געזעץ פארשריפטן.

אין אפריל 2012 איז אפגעהאלטן געווארן א פרעסע קאנפערענץ ביי סיטי האל אדרעסירנדיג די זייער וויכטיגע באס אינדוסטריע פון טשיינעטאון. לאקאלע באאמטע האבן געטענהט אז די באסעס זענען זייער געפארפולאון פארניכטן די לאקאלע טראנספארטאציע אומשטענדן.”

דען איז געווען די איינציגסטע שטימע אינעם צימער צו פארטיידיגן די טשיינעטאון באסעס אלס א וויכטיגער טייל פון די געמיינדע. נישט בלויז וואס די באס פירמעס ציען צו 300,000 קאסטומערס צו די געגנט יעדן חודש, נאר די באשולדיגונגען אז די באסעס זענען אומזיכער זענען באזירט אויף ליגענטס. אסאך נייעס קוועלער האבן באריכטעט אז 15 מענטשן זענען געשטארבן אין א טשיינעטאון באס פאראיאר, אבער דאס איז נישט אמת – דער באס צוזאמענקראך איז נישט געווען מיט קיין טשיינעטאון באס, נאר מיט א באסעס וואס האט צופעליג געברענגט פאסאזשירן צו טשיינעטאון.

http://abclocal.go.com/wabc/video?id=8632372

דען אקאנאר פארכט זיך נישט ארויסצורעדן און זיך צו פארהערן מיט מיטגלידער פון די פאליטישע עליטע ווען ער איז אומאיינשטימיג מיט זיי, אזוי ווי אין דעם פאל פון די טשיינעטאון באס פירמעס. דען אנערקענט אנערקענט די וויכטיקייט פון קליינע ביזנעסער אין ניו יארק און אז די רעגירונג זאל האלטן די פארשריפט פון געזעץאון זאל העלפן צושטעלן א געזונטע אטמאספערע פאר קליינע ביזנעסער צו בליען דערין.

אפשייד צווישן קירכע און רעגירונג

די פעדעראלע רעגירונג האט נישט קיין שום געשעפט אדער לעגאלע אויטאריטעט צו זאגן מענטשן ווי אזוי צו פירן זייערע לעבנס אדער וועלכע טראדיציע זיי זאלן פראקטיצירן. די רעגירונג פרובירט זיך אריינצומישן אין צי פיל פון מענטשןס פערזענליכע אנגעלעגנהייטן און פארלעצט זייערע רעליגיעזע ווירדען. דאס איז א פארלעצונג פון מענטשןס ציווילע רעכטן און טאר נישט פאסירן, לויט איינע פון אמעריקעס גרונד-פרינציפן – אפטיילן קירכע פון רעגירונג.”

Share and Enjoy:
  • Print
  • Digg
  • StumbleUpon
  • del.icio.us
  • Facebook
  • Yahoo! Buzz
  • Twitter
  • Google Bookmarks